מוצאי שבת שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצאי שבת שמות
ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף יאקאב לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר׳ יוסף אינאיינעם מיט זיין איידעם הרה״ח ר׳ משה ישעי׳ ווערצבערגער הי״ו חבר הנהלת הקהלה אין מאנטרעאל האבן אפגעקויפט א זכות אין די מקוה טהרה אין ק"י, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם יושע בר"י ווערצבערגער לרגל שמחת נישואי בתו למז"ט און דערביי איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אברהם יושע האט אפגעקויפט א זכות אין די מקוה טהרה אין ק"י, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן נדבן און פארן חתן און פאר די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין מראה"ק בק"י ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' דוד האט אפגעקויפט די זכות פונעם פריש רענאווירטן 'חדר דוד' אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י, ווי אויך האט הרה"ח ר' דוד אפגעקויפט א זכות אין די מקוה טהרה אין ק"י,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און דערנאך געמאכט א לחיים ווי דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' דוד ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי ר' עקיבא הערש האט אפגעקויפט די שם הבנין פונעם בנין הת"ת "בנין קליין" פאר די אסטראנאמישע סומע פון פינעף מיליאן דאלער!
און ווי אויך די זכות פונעם חתונה זאל וואס ווערט געבויעט אינעם בנין פארן אסטראנאמישע סומע פון דריי מיליאן דאלער!
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און דערנאך געמאכט א לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט גאר ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פון 10:30 ביז 12:30.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין האט אפגעקויפט א זכות אין די מקוה טהרה אין ק"י, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און אנגעווינטשן פארן נדבן.
ווי אויך איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת ספר תורה פאר די תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' בעריש שעהנברוין און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד אוהל פיגא אין ק"י, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
א גוטע וואך.
~🌴~