מיטוואך האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך האזינו=
~ערב ראש השנה~
אום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, און צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת סליחות 'זכור ברית' און פארגעדאווענט מיט א שטארקע התעורורות.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו, און הרה"ח ר' יצחק משה פראנקל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 7:30 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה משולם ברא"מ לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב יואל גליק הי"ו.
ב"ר ישראל פישער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי אויסגעטוהן די תפילין און געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירת מודעה.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
~🌴~