דינסטאג האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג האזינו=
~ג' דסליחות~
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ראזענפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמעון ברא"ט ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל ווייס הי"ו.
ב"ר מאיר סאקס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל גרשון ברנ"מ ווייס הי"ו - מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
אויך האבן שלום גענומען הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א - מנהל ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג' אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א דערהויבענעם נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער וויאזוי די נסיעה איז אריבער און אנגעוואונטשן "מ'זאל האבן געפועל'ט אלעס גוטס".
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 10:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20, און מעריב ארום 10:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~