מיטוואך נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נצו"י=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל גוטמאן הי"ו - מאנטריאל, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו.
ב"ר משה העניך פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יוסף ראזענבערג הי"ו.
ב"ר יואל פראמאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א', און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה לימי בין הזמנים הבעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:20.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א ווי דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א באריכט פון ישיבה קטנה "דרך התורה" וועלכע האט אצינד פארענדיגט די דריטע יאר מיט א אויסטערלישע הצלחה, און גרייט זיך שוין בשעטו"מ אריין צו שיקן די תלמידים אין ישיבה גדולה,
און באזונדער איבער די צווייטע סניף וואס האט אצינד געענדיגט די ערשטע יאר מיט גרויס הצלחה, דערביי האט רבינו שליט"א קורא שם געווען פאר די ישיבה סניף ב' לקראת שנת הלימודים הבעל"ט "ישיבת בשבילי התורה",
אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים פון מוסדותינו הק', ישיבות קטנות, און ישיבה לצעירים אין וומ"ס, ווי דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט א שטארקע קורת רוח די גוטע גרוסן וואס מען הערט צוריק פון אלע סניפי הישיבות נאך א שטארק מוצלח'דיגע יאר וואס איז אדורך בכי טוב.
ארום 6:00 אזייגער איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הנגיד ר' חיים אברהם ב"ר ירמי' בראך הי"ו פון לעיקוואד און ווערט אריינגעגעבן דעם עשי"ת הבעל"ט אין שטאט ראצפערט אונגארן, דערביי איז אויך פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' חיים אברהם הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד בבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד,
דער רבי האט צום ערשט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי הירצקא'לע ראצפערט'ער זי"ע, און איבער הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לעיקוואד,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הנגיד ר' חיים אברהם הי"ו און פארן גאנצן אנוועזנדן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר נתן נטע הויזער שליט"א און הרה"ח ר' שלום אליעזר בערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צום בית החיים דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' טובי' שרייבער ע"ה.
א גוטע נאכט.
~🌴~