שבת קודש פרשת שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת שמות
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די מוסד דרכי שמואל עטה"ק בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה"צ רבי ברוך שליט"א - חדב"ן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' דוד ארי' צענווירטה - ירושלים.
מנוחה ושמחה: הר"ר שלום מאיר עקשטיין.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ספיקא דאוריתא מה"ת לחומרא או לקולא.
קה אכסוף: הר"ר חיים יאקאב - וומ"ס.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן הגה"צ רבי ברוך שליט"א - חדב"ן.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג כ"ד טבת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' משה יושע ווייס - וומ"ס.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישעי' מענדל ווייס - אסטראליע.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:25.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין - וומ"ס.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע טעלער.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אהרן זילבערשטיין שליט"א - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד -אסטראליע.
לוי: הר"ר מרדכי יעקב ווייס - אסטראליע.
שלישי: הרה"ח ר' מאיר הירש.
רביעי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
חמישי: החתן שלמה ב"ר מענדל הירש.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' ברוך שווארץ.
ר' אלי' שניצער.
ר' יחזקאל שרגא מערץ.
ר' משה בר"מ פאלקאוויטש.
שביעי: החתן שמואל ב"ר יואל זילבערשטיין.
הוספה: החתן ב"ר יואל ברי"א קליין.
אחרון: הרה"ח ר' פתחי' בראך.
מפטיר: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל שפילמאן.
גלילה: הרה"ח ר' עקיבא נויאוויטש - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' יואל בר"א זילבערשטיין.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל טאבאק ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יואל ברי"א קליין.
כהן: ר' אברהם חיים כהן.
לוי: הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי.
שלישי: הר"ר דוד פערל.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק מי אנכי כי אלך אל פרעה ויאמר כי אהיה עמך, שטייט אין ספרים הק' אז 'אהיה עמך' איז בגי' מקוה, לכאורה ווי קומט דא אריין מקוה?
האט דער רבי געזאגט אז עס שטייט די וואך ותקרא שמו משה כי מן המים משיתהו, האט דער רבי געזאגט אז פון דא זעט מען די געוואלדיגע כח וואס א ראי' האט, אז ווען בתי' האט געזען משה רבינו איז אריין אין איר די מדה פון רחמנות און ותחמול עליו, און די זעלבע זאך איז פארקערט חלילה ווען איינער קוקט ח"ו ווי מען טאר נישט ווערט מען נהפך לאיש אחר לגריעותא ח"ו, און פארדעם הייסט משה רבינו מיטן נאמען משה 'כי מן המים משיתהו' אז משה רבינו שלעפט ארויס די אידן וואס זענען נעבעך פארזינקען אין די מים הזידונים, דארף מען אבער זען זיך צו היטן די אויגן כדי זוכה צו זיין צו דעם,
האט דער רבי נאכגעזאגט פון רביה"ק זי"ע ווי דער רבי טייטשט אויף 'מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל' אז ביי א מקוה זעט מען אז ווען מען מאכט השקה איז גענוג א חוט השערה, 'מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל' אז עס איז גענוג ווען א איד טוט תשובה אפי' נאר א תשובה פורתא העלפט אים הקב"ה אז ער זאל קענען תשובה טוהן א תשובה שלימה,
און דער רבי האט ארומגערעדט שטארקע דברי התעורורות לימי השובבים אז מען זאל זען זיך צו היטן די אויגן און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו תשובה שלימה.
ידיד נפש: הר"ר מרדכי יעקב ווייס - אסטראליע.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל אויש - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן ב"ר יואל קליין.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך איז דער רבי אראפגעגאנגען אין היכל צבי ויצחק ראזענבערג ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט מיט א געוואלדיגע קורת רוח אויף די לימודים במסגרת אבות ובנים, ווי יאר יערליך איידערן אפרייזן למנוחת הנפש.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאלעפארניע מארגן זונטאג נאכמיטאג אי"ה.
מען האט געענדיגט ארום 7:45.
א גוטע וואך.
~🌴~