דינסטאג נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נצו"י=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"י שטיינמעטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ג' סניף עסק התורה מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"ב בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א', און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי שבח אויף די ישיבה נאכן פארענדיגן די יאר בכי טוב ווי מען האט מסיים געווען פילע מקצועות התורה און בפרט הלכות מקוואות, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב און שידוכים פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל סיום הזמן,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר יעקב אלי' טורנהיים שליט"א - מגי"ש בישיבה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א דברי חיים - מקוואות פאר אלע תלמידי הישיבה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי צום ערשט צוגעפארן צו בית מדרשינו החדש 'ביהמ"ד לב אהרן' אויף סאוט אכט וועלכע איז פראכטפול פארענדיגט געווארן און עפענט אירע טויערן אויף דעם שב"ק הבעל"ט,
דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן ביהמ"ד און אינעם מקוה המפואר אין באגלייטונג פון הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו,
דער רבי האט אויסגעדריקט זיין התפעלות פונעם הערליכן ביהמ"ד און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הביהמ"ד און די עסקני הביהמ"ד.
זמני כניסה איז געווען פון 5:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי איז ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו ווי בנו הנגיד ר' אברהם בנימין אלימלך הי"ו פון ק"י האט מנדב געווען א גרויסן סכום לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:15, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון הרה"ק רבי דוד דייטש זצ"ל בעל אהל דוד פון וועם דער נדבן איז א אייניקל, און דער רבי האט פארציילט זכרונות פון הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס ע"ה - זיידע פונעם נדבן,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר הרה"ח ר' אברהם בנימין הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' מיכאל דוב הי"ו ובני משפחתו, און פארטיילט פלעשלעך האניג לכבוד ראש השנה הבעל"ט,
דערנאך ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~