מאנטאג נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג נצו"י=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר ירחמיאל ביטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר יחזקאל פייוול בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מרדכי יעקב סאאל הי"ו.
ב"ר ישראל דוד פארקאש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר ברד"ש בערגער הי"ו און הרה"ח ר' חיים זלמן שעהר הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
נאך די חופה האט דער רבי געדאווענט מנחה בבנין הבית רחל בנין ברכה סימא.
דערנאך האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף דערמער הי"ו און הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"ל סופר הי"ו און הרה"ח ר' ישראל משה שטוהל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הר"ר אברהם שמחה ואחיו הר"ר אלכסנדר נחום גאטליעב שליט"א היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה לעבל שליט"א - ראש ישיבת תורת חיים ומראשי קהילת אהלי יעקב אין מאסקעווע אינאיינעם מיטן הר"ר בצלאל מאנדעל שליט"א - מנה"ר ת"ת ראשית חכמה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין מאסקעווע און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴