זונטאג נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נצו"י=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה מנחם שלעזינגער הי"ו.
ב"ר לייב ברש"א פרענקל הי"ו.
ב"ר יעקב שמעון קויפמאן הי"ו.
ב"ר יואל גליק הי"ו.
ב"ר ישכר בער הירש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,
אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אפצונעמען ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע דעם דינסטאג,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:20.
ארום 4:00 אזייגער איז אריבער געקומען לביתו נאוה קודש דער מאכטפולער קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס אין באגלייטונג פון דער קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע זענען געקומען הערן די געברויכן פון די היימישע אידנטום, אויך זענען אנוועזנד געווען הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו - אסעמבלימאן פון ב"פ, די ראשי וועד הקריה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, די חברי הנהלת הקריה, און אזוי אויך הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו,
צום ערשט האט דער רבי קלארגעשטעלט אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך וואס מיר דארפן איז צו מבטל זיין די גזירת החינוך, און די אלע טובות וואס מיר דארפן איז גארנישט ווערד אויב די גזירת החינוך פארבלייבט אין קראפט היל"ת, מען האט אויסגעשמועסט עטליכע אופנים וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג קען זיין בייהילפיג, און זיי האבן פארשפראכן צו טון אלעס אין זייער מעגליכקייט אז די הייליגע ריינע חינוך המסורה לנו מדור דור זאל ווייטער קענען אנגיין אן קיין שום שינוי,
באזונדער האט מען אויסגעשמועסט פילע ענינים וואס זענען נוגע פאר אחב"י און בפרט פאר תושבי ק"י, צווישן אנדערע ביליגע דירות המכונה "עפארדעבל האוזינג" און רעגירונג הילף אויסצוצאלן די הויכע קאסטן פון רענט, וואס קען זיין בייהילפיג פאר פילע אחב"י, און נאך פארשידענע ענינים,
צום שלוס האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די פאליטיקאנטן לרגל די בעפארשטייענדע וואלן אין אמעריקע, און באזונדער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר ר' שמחה אייכנשטיין ני"ו און באדאנקט פארן שטיין צו הילף אויף אלע פראיעקטן צו ראטעווען די חינוך הטהור אין ניו יארק.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו - חברי הנהלת מבצר הכוללים ק"י אינאיינעם מיט עטליכע עסקני הכולל וועלכע האבן געברענגט פלעשער האניג וועלכע וועלן פארטיילט ווערן לכבוד יו"ט ראש השנה הבעל"ט פאר די גרעסערע תומכי הכולל,
דער רבי האט געבענטשט די פלעשער האניג און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקני הכולל.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די סיום הש"ס פון החתן משה אליעזר ב"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע סוגיות הש"ס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל וואלף שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
נאך די חופה איז דער רבי אראפ אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה דערנאך האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל כייעם הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל שטיינמעטץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל טובי' ליכטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון ימים נוראים ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקאסוב שליט"א פון לעיקוואד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית קאסוב און דער רבי האט ארויסגעברענגט די ידידות מיט אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און האדמו"ר מקאסוב שליט"א האט געגעבן פארן רבי'ן ספר שרגא דנהרא פון אביו זצ"ל וועלכע איז יעצט ארויסגעקומען.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~