שבת קודש פרשת כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תבא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו, און החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו.
ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה בר"מ סימאן הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.
קה אכסוף: הרה"ג ר' שלמה הערש בהרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א - מו"ץ.
ברכת המזון: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מאטעלע האראנסטייפל'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ב אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודא ענגעל הי"ו - ב"ב.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עזרא בנעט הי"ו - ב"ב.
פסוקי שמע ישראל: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
צוליב די ריבוי השמחות בליעה"ר כ"י און די פרשת התוכחה האט דער רבי נישט עולה געווען ביי שחרית, און געהייסן אוועקגעבן די עלי' פאר די חתנים, און דער רבי האט עולה געווען ביי מנחה.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: החתן משה אליעזר ב"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו.
שלישי: החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן הערשל בהר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - באווארפען.
שישי: החתן לוי יצחק ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו.
שביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.
הוספות: החתן נפתלי הירצקא ב"ר חיים יחזקאל שרגא שטיינמעטץ הי"ו.
החתן אשר יונה ב"ר בנציון ליכטענשטיין הי"ו.
החתן חיים מרדכי ב"ר ליפא שטיינבערג הי"ו.
פרשת התוככה: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
החתן ישראל זאב ב"ר יואל זאבעל הי"ו.
אחרון: החתן שמעון ישראל בהרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א.
מפטיר: החתן אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמואל זאנוויל ברד"ל קרויס הי"ו.
ר' יואל ברוך ברמ"ז שטערן הי"ו.
ר' אביעזר מרדכי בר"ע געשטעטנער הי"ו.
ר' יואל בר"ל אפענהיים הי"ו.
ר' ארי' בר"ש הערשקאוויטש הי"ו.
ר' מרדכי אקער הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארטץ שליט"א - ראה"כ בראד וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' מעכיל פריעדמאן הי"ו - מאנטשעסטער.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית דוב.
גלילה: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו - אנטווערפען.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און נאכגעזאגט אז ווען א איד טוט תשובה נעמט הקב"ה זיינע עבירות און ווארפט עס אריין אין זיינע מצוות און עס ווערט בטל אלץ קמא קמא בטל, אבער דא איז נאר אויב מען האט מצוות אבער ווען מען טוט ח"ו עבירות נעמען די חיצונים אוועק זיינע מצוות קענען די עבירות נישט בטל ווערן, זאגט אבער דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע אז אויב ליינט מען קרי"ש בדחילו וברחימו באקומט מען צוריק די מצוות פון די חיצונים און די עבירות קענען בטל ווערן,
און דער רבי האט מאריך געווען בדברי התעוררות ובדברי התבוננות צו מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף די וועלט מיטן זיך צוגרייטן צום יום הדין, און שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין צו ליינען קרי"ש של שחרית וערבית כהלכתה און מיט דעם זוכה זיין ארויסצוגיין זכאי ביום הדין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:50.
ארום 12:15 איז אריין בקודש פנימה הגאון רבי משה טראכטמאן שליט"א - יו"ר מעשה חושב פון ארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א לומד'ישע שמועס אין פארשידענע סוגיות הש"ס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געלאדענט צו קומען און מיטהאלטן די סיום מסכת קידושין דורך כתה מכינה לישיבה אין בית רחל פאראדייס.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 450 תלמידי 'כתה מכינה לישיבה' כ"י פון ביידע סניפים פון מוסדותינו הק' ק"י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים,
הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
מען האט פארגעזינגען חרוזים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג מיט התרגשות איבער די גרויסקייט פונעם מעמד ווי אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און די גרויסע קורת רוח וואס רביה"ק זי"ע מייסד העיר האט בעולם העליון פון דעם, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עלטערן און זיידעס און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד דרכי תשובה דינוב צו באשיינען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד ומו"ץ בקהלתינו הק', בהשתתפות פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פון די קשר פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע מיט הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.
א גוטע וואך.
~🌴~