מיטוואך כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית ארום 7:30 אינדערפרי אין חדר זכרון זאב בביהמ"ד הגדול אין וומ"ס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד עהרנטאהל הי"ו.
ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו.
ב"ר מאניש שפילמאן הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט א קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זי"ע.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר.
נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק ברד"ה מערץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך שחרית האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנהעטן אויף א שתדלנות זיצונג מיט הויכראנגיגע קאמפיין איינגעשטעלטע פונעם געוועזענער פרעזידענט און יעצטיגער פרעזידענט קאנדידאט טראמפ, אויפן פערזענליכער איינלאדענונג פון
די קאמפיין שטאב וועלכע האבן זיך פארבינדן מיט די עסקני קהילתינו און ועד הקריה און פארבעטן א זיצונג מיט'ן רבי'ן זאגנדיג אז זיי ווילן הערן און זיך נענטער באקענען מיט די אידישע געברויכן, און זען וואס זיי קענען טון לטובת אחינו בני ישראל,
די זיצונג האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו א שעה, ווען די קאמפיין באאמטע האבן אנגעפרעגט וואס זענען די וויכטיגע אינטערעסן פונעם היימישן ציבור, מיטן ציל עס אריין צו שטעלן אינעם אפיציעלן סדר היום און פאליסי פלענער פונעם פרעזידענט,
צום ערשט האט דער רבי ארויס געברענגט די הכרת הטוב וואס אלע חרדי'שע אידן איבער גרעיטער ניו יארק האבן אויף די הילף וואס מיר האבן גענאסן אין זיין פארגאנגענעם טערמין, און דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די עיקר ציל פון די חרדי'שע אידנטום איז ווייטער ממשיך צו זיין אונזער דרך און דינען דעם באשעפער אן קיין שום שטער, און דערנאך אריין בפרטיות אין פארשידענע שתדלנות וואס איז נוגע פאר דעם היימישן אידנטום, ובפרט איבער די ברענעדיגע נושא פונעם גזירות החינוך, דער רבי האט ארויס געברענגט אז אונזער חינוך איז גוט, און ברענגט געוואונטשענע פירות, און וויאזוי דער פרעזידענט קען זיין בייהילפיג, און באזונדער אפעלירט ארויס צו העלפן איבער די רדיפת הדת אויף אחב"י בארה"ק,
די זיצונג האט איבער געלאזט א שטארקע רושם אויף די קאמפיין שטאב, און די אנוועזנדע האבן געבעטן א ברכה פון רבינו שליט"א אויף ווייטערדיגע הצלחה.
דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט קיין וומ"ס.
ביים אנקומען צוריק קיין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שלמה היימאן ע"ה,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 2:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי עס איז פארגעקומען זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי בארא פארק אריין צו גיין לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון.
ביים אנקומען קיין ב"פ ארום 3:15 איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אויף א קביעות מזוזה,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע דירה און קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטובער,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר נכדו הרב יואל שליט"א, פאר אביו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פאר זיין שווער הרה"ג ר' שלום האלבערשטאם שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין די גרענד טערעס זאל צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו - מגדולי תומכי מוסדותינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הרה"ג ר' זושא אויש שליט"א - אב"ד וואלקאן, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און פארן גאנצן ציבור.
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו לרגל דאס אפקויפן די זכות פון די שם הבנין פון בית מדרשינו החדש אויף 58סט. ויקרא שמו "ביהמ"ד לב אהרן",
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ב"פ און אין ק"י,
דער רבי האט באטראכט די פלענער פונעם ביהמ"ד און איבערגעגעבן א מתנה פאר חתנו ר' ישעי' רעטעק הי"ו מראשי העסקנים פארן ביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה אלי' הי"ו ובני משפחתו.
זמני כניסה איז געווען פון 5:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בחדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.
עס האבן זיך אנגעזען הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה וואס זענען אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו,
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זי"ע.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צו די באבוב זאל 'אולם הייטנער' ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הנגיד ר' יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו, און נאך די חופה ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יוסף אליעזר הי"ו און פאר די מחותנים און זיידעס.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון עטרת חי' צום מעמד החופה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרה"ג רבי הערשל מייזליש שליט"א - רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומ"ס, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18טע עוו. ב"פ, חתן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין,
קריאת הכתובה: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א,
ברכות אמצעות: הגה"צ אבד"ק טאמאשוב שליט"א,
ברכה אחריתא: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. שליט"א.
נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן, מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און די גאנצע משפחה.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי צוריקגעקומען אין ביהמ"ד און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער ישיבות אמאל און היינט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי אריבערשפאצירט צו די זאלן פון עטרת חי' צום שמחת החתונה,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן,
דערנאך האט דער בדחן הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס,
רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים און מיט אלע נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און דערנאך עקסטער מיט אחיו הגה"צ שליט"א און מיט גיסו הגה"צ רב דקהלתינו מאנטריאל שליט"א,
נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר אחותו הרבנית ממאנטריאל שליט"א.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד סיגוט מאנסי לרגל שמחת ארוסי בתו למז"ט עב"ג החתן אברהם שלמה בן הר"ר יושע העשיל זילבער שליט"א.
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~