דינסטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א.
ב"ר יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
ב"ר אברהם קליין הי"ו.
ב"ר אהרן הערש אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט
פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריין בקודש פנימה ווי די בחורים זענען אריבער בפתקא ובפדיון לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, ולרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע דעם מוצש"ק, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדעם באזונדער און פארטיילט שליח מצוה געלט.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט זיך דער רבי צום ערשט באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - בונה ומקים עולמות של תורה ותפילה בקהלתינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און הרבני הנגיד ר' אברהם הי"ו האט געצייגט פארן רבי'ן פארשידענע ספרי קודש מבית גנזיו פון צדיקים הקודמים און דער רבי האט צוגעצייכנט פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות פון די ספרים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פאר די גאנצע ציבור,
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים.
זמני כניסה איז געווען פון 5:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען צווישן אנדערע אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א און הגה"צ רבי שמואל דוד סאקס שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין.
אויך איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און צווישן אנדערע האט האדמו"ר ממעליץ שליט"א האט געגעבן א גריס פון קרית ויואל משה מאנטיסעלא נאכן וויילן דארט אין די פארלאפענע זומער חדשים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40, נאך מעריב האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זי"ע, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~