מאנטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר קלמן אליעזר עג'מי הי"ו.
ב"ר יוסף ישראל זעגלבוים הי"ו.
ב"ר נתן דוד שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט
פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א שע"י מוסדותינו הק' פון וומ"ס וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן אויפשטיין פארטאגס און נישט רעדן ביים דאווענען,
דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר אלע קינדער און משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון זיך מקבל זיין קבלת טובות בעניני תפילה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מלמדים און די קינדער.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
פארנאכטס ארום 6:00 אזייגער איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בביתו נאוה קודש מיט די באטייליגונג פון די חשוב'ע ראשי ישיבות הגאון הגדול רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א - ראש ישיבת סאוט פאלסבורג אינאיינעם מיט הגה"צ רבי יעקב הורוויץ שליט"א - אב"ד זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר, איבער די בעפארשטייעדיגע עצרת 'זעקת הגולה' ווי דער רבי אינאיינעם מיט די ראשי ישיבות שליט"א האבן א לענגערע צייט דן געוועהן בכובד ראש בדברים העומדים על הפרק איבער די דרך המלחמה איבער די ביטערע גזירות הגיוס, און דער רבי האט ארויסבאגלייט ביז די גאס ונפרדו לשלום.
זמני כניסה איז געווען פון 7:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - לרפו"ש, נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע פארט מארגן אהיים קיין לאנדאן נאכן וויילן פאר די פארגאנגענע זומער וואכן אויף אפרוה אין ק"י,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו און הר"ר יונתן בנימין בוכינגער שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו און הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~