זונטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הלל ראובן האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מנחם הלל גראס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע טעללער הי"ו.
ב"ר יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
ב"ר גדלי' אפפעל הי"ו.
ב"ר חיים ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו.
ב''ר יואל ענגלענדער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין לינדען ניו דזשערסי צו באשיינען די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין לינדען וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אולם בראך מיט די באטייליגונג פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:10 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר דוד הלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א וואס האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א מיט פאסיגע דיבורים,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלעזר מרדכי סופר שליט"א - רב דקהילתינו לינדען,
די קינדער האבן געזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא כנהוג, און געזינגען ניגוני תורה,
דערנאך זענען די חתני המקרא אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט פאר די עלטערע תלמידי התלמוד תורה א געבענטשטע מטבע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די התרגשות אז אין לינדען זענען דא אזויפיל קינדער תשב"ר וואס הייבן אן צו לערנען חומש, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתני המקרא און זייערע עלטערן און זיידעס, און פאר די מלמדים און די הנהלת המוסדות.
דער רבי האט פארלאזט דעם חומש סעודה ארום 3:05.
דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט בבית מדרשינו הגדול והחדש נדבת הרבני הנגיד רבי יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו,
דער רבי איז ארומגעגאנגען אויפן גאנצן פלאץ פאר א לענגערע צייט און געהערט א באריכט איבער די ווייטערדיגע פלענער צו בויען א היכל התורה און א מקוה מפואר אינעם ביהמ"ד, און דערביי האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינעם גאנצן שטאט.
דערנאך איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם הערש טייטלבוים הי"ו וואו פילע אנשי שלומינו זענען אריין בקודש פנימה לקראת די ימי הרחמים והרצון,
זמני כניסה איז געווען פון 3:20 ביז 5:45.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א אינאיינעם מיט חתנו החתן בן הרה"ג ר' אברהם לייפער שליט"א - ר"י נדבורנא,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, עקסטער האט דער רבי געוואונטשן א מזל טוב לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתנו הר"ר דוד הלברשטאם שליט"א - מנהל רוחני דמוסדותינו הק' און דער רבי האט ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
נאך די זמני כניסה ארום 5:45 איז דער רבי אריבער צום נייעם לינדען סי-בלוי פיש געשעפט, אונטער די אייגנטימערשאפט פון הרה"ח ר' חיים הערש ובנו ר' ליפא וועכטער הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די בעלי בתים.
דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויפן שטאטישע מקוה טהרה החדש וואס האלט שוין ביים גמר הבני' בראשות הרה"ג ר' יעקב מנחם שטייף שליט"א - דומ"ץ בהתאחדות הרבנים, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט און דערביי האט הרה"ג ר' יעקב מנחם שליט"א געצייגט פארן רבי'ן די פולע חומרות והידורים פונעם מקוה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' יעקב מנחם שליט"א ער זאל בקרוב קענען ענדיגן די גאנצע מקוה להרבות טהרה בישראל,
אום 6:15 האט דער רבי פארלאזט דעם שטאט אויפ'ן וועג אהיים קיין קרית יואל.
ביים אנקומען קיין ק"י ארום 7:10 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא שטיינמעטץ הי"ו און הרהח ר יואל בריח גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו און הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ארי' שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסיא צין הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו און הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~