שבת קודש פרשת כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תצא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבה עטרת אברהם עטה"ק בצפת.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק אייזיק ברב"ז ווייס הי"ו - ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נחמן בראך שליט"א - בית שמש.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק גדילים תעשה לך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען דרש'ענט סמוכין.
קה אכסוף: הרה"ג ר' אהרן שמואל פרענקל שליט"א - רב דביהמ"ד חוג חתם סופר ירושלים.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק מנאסאד זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"א אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שפיגל הי"ו - ביתר.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א - רב דביהמ"ד בורשטין וומ"ס, בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' הלל פאגעל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל הארטשטיין הי"ו - ב"פ.
פסוקי שמע ישראל: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
כהן: החתן יצחק ב"ר ישראל הארטשטיין הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
רביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן חיים מרדכי ב"ר ליפא ברמ"א שטיינבערג הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל בר"א ראלניצקי הי"ו.
ר' יואל ברא"ש פוקס הי"ו.
ר' יואל בר"ב בערקאוויטש הי"ו.
ר' משה ברוך ליכטענשטיין הי"ו.
ר' אלטר הערש וויינגארטן הי"ו.
ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו.
ר' יצחק זילבערשטיין הי"ו.
ר' ברוך ארי' פאגעל הי"ו.
ר' יעקב בר"ה קאהן הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
הוספות: החתן יעקב קאפיל יוסף ב"ר יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו.
החתן יואל בהר"ר נתן דוב ברש"ז שווארטץ שליט"א.
החתן אברהם שלמה ב"ר יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו.
אחרון: החתן ברוך בענדיט ב"ר יעקב ברז"ל גליק הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א - ב"ב.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "כי ה' אלקיך מתהלך בקרב מחניך ל'הצילך ו'לתת א'ויביך ל'פניך" ווי דורשי רשומות זאגן אז די ר"ת איז אלול, און דער רבי האט נאכגעזאגט אז די גאולה קען נאר זיין אויב מען טוט תשובה און אויב טוט כלל ישראל נישט תשובה איז דא צוויי וועגן וויאזוי הקב"ה קען מאכן די אידן תשובה טוהן אדער דורכ'ן גוזר זיין גזירות קשות כהמן אדער דורכ'ן אראפשיקן א רוח טהרה ממרום,
זאגט אבער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז היינטיגע צייטן אין אזעלכע שוואכע דורות העלפט שוין נישט די שווערע וועג אדרבה סאיז נאר מקלקל און די איינציגסטע וועג איז נאר אז הקב"ה זאל אראפשיקן א רוח טהרה, און דאס האט יצחק אבינו געבענטשט יעקב אבינו אז עס זאל נאר זיין אויף דעם וועג מיט מידת הרחמים,
און דאס איז מען מתפלל 'תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה' אז עס זאל מער נישט זיין אויף די שווערע וועג נאר דורכ'ן אראפשיקן א רוח טהרה, און דער רבי האט מאריך געווען בדברי התעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון און מעורר געווען אז מען זאל זען אויסצוניצן די פארבליבענע טעג מיט תשובה און תיקון המעשים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' בערל הארטשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אברהם שלמה ב"ר יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און דערנאך געוואונטשן 'א גוטע וואך און א גוטע חודש' פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
ארום 12:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:30 אין ביהמ"ד סערעדנא אויף ניחום אבילים ביי הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א - אב"ד סערעדנא, און די ברודערס משפחת קליינמאן שיחי' היושבים ע"פ אשתו /אחותם הרבנית ע"ה - לאנגיעריגע מנהלת בבית רחל שע"י מוסדותינו הק' אין מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער זכרונות פון די באזוכן פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין תלמוד תורה און אין די קעמפס, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת תנחומין.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין שיכון סקווירא אויף א באזוך ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער פארשידענע מנהגי חודש אלול,
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט פירות און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו אין די מאנטעבעלא געגענט אין מאנסי,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי פלפול אין פארשידענע סגיות הש"ס, און מאקאווא רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר מאקאווא רב שליט"א, פאר אחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א און פאר בניו הרבנים שליט"א, און פארן בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' יודא הי"ו.
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~