דאנערשטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג שמות
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שמואל אראן.
ב"ר קלמן אליעזר זוסמאן.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור אין די שיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים, ווי דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די תלמידי הישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע קומענדיגן זונטאג הבעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א לענגערע באזוך אין די בית השחיטה המהודרת און אזוי אויך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק', ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט פאר א לענגערע צייט איידערן אפרייזן למנוחת הנפש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל זילבערשטיין און ר' אברהם יודא וויינפעלד, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל קליין און ר' חיים בעריש שפילמאן, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג רבי פנחס פריעדמאן שליט"א ראה"כ דקהל מחזיקי הדת בעלזא בארה"ק, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן, און געגעבן א מתנה די ספרי לב אהרן אויף שמות - דרושים און אגדה.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יחזקאל שרגא פערל און ר' מרדכי קאהן,
און ביי די מחותנים ר' יואל קרויס און ר' יוסף קדיש ראזענפעלד,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
דערנאך האט דער רבי ווייטער אויפגענומען ביז 12:45.
נאך מעריב האט זיך הב' מאיר הערש ב"ר יושע חיים שפיצער - וומ"ס געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף פינעף הונדערט בלאט גמרא.
א גוטע נאכט.
~🌴~