פרייטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל מענדלאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
ב"ר הערשל בראדער הי"ו.
ב"ר שמעי' שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע בחורים, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אויסניצן חודש אלול כראוי, און בפרט מיטן חזר'ן די לימודים אין מסכת קידושין זיך צו קענען שטעלן צום פארהער אויף די גאנצע מסכת סוף יאר, און מסיים געווען בברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פון ארה"ק, אינאיינעם מיט אחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה אין די סוגיא פון חצי שיעור און נאך,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געוואונטשן א מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט וואס איז פארגעקומען די וואך,
דער רבי האט געגעבן פאר די רבנים שליט"א ספרו לב אהרן - סוגיות, און הגה"צ מאקאווא רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א א ספר תהילים עם פירוש עטרת משה פון אביו הגה"צ גאב"ד מאקאווא זצ"ל, און דער רבי האט ארויסבאגלייט ביזן גאס.
א גוט שבת.
~🌴~