דאנערשטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב מאיר ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט
פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:35 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:10.
ארום 6:30 זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה אמרי חיים וויזניץ מאנסי אינאיינעם מיטן מגי"ש הר"ר מנחם מאיר האגער שליט"א בן הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט אויף די לימודים אין שו"ע הלכות בשר וחלב, און די בחורים זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש.
זמני כניסה איז געווען פון 7:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס ארום 7:30 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אפרים טייטלבוים הי"ו און הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים יושע ארי' גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' הערשל שטערן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און נאך מנחה ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אשר מרגליות שליט"א - רב דקהל אהל משה וויען עסטרייך,
עס האט זיך פארמירט א שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן א מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט וואס איז פארגעקומען די וואך.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בוקסבוים הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן לייב זופניק הי"ו און הרה"ח ר' חיים מרדכי שניטצער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~