מיטוואך כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם פארענדיגטן לאקאציע פאר גמ"ח שערי טובה - חסדי מנחם זאב שע"י ביהמ"ד הגדול וואס איז געבויעט געווארן נעבן ביהמ"ד הגדול לתועלת אלפי אנשי שלומינו,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - מראשי הגמ"ח,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילע תיקונים וואס איז געווארן אהערגעשטעלט אינעם נייעם לאקאציע און דערביי האט מען ארויסגעברענגט אז במשך די פארלאפענע צוואנציג יאר וואס די גמ"ח איז שוין אפן איז שוין פארבארגט געווארן דעם ריזן סכום פון אריבער הונדערט פיר און פערציג מיליאן דאלער!
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הגמ"ח הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, און פאר די ראשי הקהילה און עסקני הגמ"ח.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן שטובל וואס איז געבויעט געווארן לצורך בדק הבית פאר די פילע קלענערע בוי פראיעקטן פון ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק איבער די פילע איינריכטונגען אין ביהמ"ד הגדול לקראת ירח האיתנים הבעל"ט, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 7:00 אזייגער ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס ארום 7:20 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר נתן דוב ברש"ז שווארטץ שליט"א און הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו און הרה"ח ר' אברהם פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו און הרה"ח ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~