דינסטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל ניימאן הי"ו.
ב"ר יואל געלבשטיין הי"ו.
ב"ר מענדל אפענהיים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכל הישיבה די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית, פאר די זיידעס, און פארן עלטער זיידע משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו און פאר די בר מצוה בחורים.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 5:30 ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די מחותנים הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א - רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומ"ס, בן הגה"צ רב דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, און הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18טע עוו. ב"פ, חתן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א, איינצולאדענען און אפנעמען ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בנו /בתו וועלכע קומט פאר קומענדיגן וואך מיטוואך כי תבא אין ב"פ, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ צו מנחם אבל זיין האחים האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א היושבים ע"פ אחיהם /אביהם כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל,
דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד סקולען ארום 11:50, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פון די צדיקי בית סקולען זי"ע צו רבותיה"ק זי"ע און איבער די שיינע שבתים וואס דער נפטר דער רבי זצ"ל האט געפירט אין ק"י במשך די פארלאפענע דריי יאר אין די זומער וואכן, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה מיט די פטירה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת תנחומין.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~