מאנטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף ברח"מ כ"ץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע,
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יומדה"ק,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט און שלימות פונעם בעל הילולא זי"ע און מסיים געווען בברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה ק"י, און הרה"ח ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו - מנהל בית האופה וומ"ס, אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מרבני המכשירים דבית האופה, אפצונעמען ברכת הקודש ווי מען גרייט זיך אין די טעג אינטערצושרייבן די קאנטראקט אויף די מהודר'דיגע ווייץ פעלדער אין אריזאנע לקראת חג הפסח תשפ"ו,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די דעטאלן און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה פון הרבנית אדלער ע"ה אשת הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א - אב"ד סערעדנא מאנסי, לאנגיעריגע מנהלת אין בית רחל דמוסדותינו הק' אין מאנסי,
דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד און ארומגערעדט בשבח פון די נפטרת וועלכע האט מחנך געווען הונדערטער תלמידות און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע צער פון די משפחה און פון די תלמידות הבית רחל.
זמני כניסה איז געווען פון 6:45 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"נ הירש הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון זאב קליין הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~