זונטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליקים יודא ברמ"י גרינוואלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ח קארנבלי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אשר זאבעל הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די יערליכע זמני כניסה פאר אנשי שלומינו לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
ביים אנקומען קיין מאנסי ארום 3:00 אזייגער איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען אין בנין הבית רחל החדש "בנין אליהו ניישטאדט" וועלכע איז נארוואס באנייט געווארן צום נייעם לערן יאר,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיטן חשובן נדבן הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו און מיט די הנהלת המוסדות,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און דער חשוב'ע נדבן צו קובע זיין א מזוזה,
דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בנין און ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר איתמר טובי' שווארטץ שליט"א,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' אלי' הי"ו, פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פארן מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה פון די מאמענטן, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נדבן ובני משפחתו און פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 3:30.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו ביהמ"ד סקולען ווי עס איז פארגעקומען די מסע הלויה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל,
דער רבי האט אויסגעווארט אז די מיטה זאל אנקומען און דאן מלוה געווען די מטה פאר א קורצע צייט.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די זמני כניסה,
צום ערשט זענען אריין די תלמידים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות און דער רבי האט פארטיילט א מתנה א זמירות פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך האט מען אנגעהויבן קבלת קהל בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול, במשך די זמני כניסה זענען אריין הונדערטער אידן אנשי שלומינו זקנים עם נערים לברך ולהתברך בפתקא ופדיון לקראת די ימים נוראים הבעל"ט.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכלי הפאליש,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, נאך מנחה האט מען ממשיך געווען די זמני כניסה.
ארום 9:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב,
פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
נאך א קורצע צייט ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל',
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד סיגוט מאנסי בן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15עוו. שליט"א,
ארום 10:30 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנשי שלומינו אין מאנסי,
דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט לענגערע דברי אגדה במשנתו של בעל הילולא ודברי הכנה לימים נוראים הבעל"ט און ארויסגעברענגט אז ביי יעדע פעולה וואס א מענטש טוט גייט אריין די כח פון די משלח און נאר אזוי קען א בשר ודם מנצח זיין דעם יצר הרע וויבאלד מען פארמאגט די כח פון הקב"ה די משלח,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט פון די גרויסקייט פונעם בעל הילולא מרן הייטב לב זי"ע און געזאגט אז דער ייטב לב זי"ע האט באפוילן זיינע קינדער צו משפיע זיין כל טוב דורכן זאגן תורה 'כה תברכו את בני ישראל אמר להם' במילא איז דא די כח פונעם משלח פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע און דאס ברענגט אראפ אלע השפעות,
אזוי אויך איז דער הייליגער ייטב לב זי"ע געווען דער ערשטער חסידישע רבי וואס האט געפירט א ישיבה און מרביץ תורה געווען פאר תלמידים,
און דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי מיט אלע אירע אפטיילונגען הן די קהילה ווי דער רבי האט אויפגעפאדערט פון אלע אנ"ש צו דאווענען בבתי מדרשינו איבער די שטאט ווי עס האבן זיך געעפענט לעצטענס עטליכע בתי מדרשים, און הן די מוסדות ווי עס איז היינט געווען א פרייליכע טאג מיטן באנייען א נייעם בנין פאר די בית רחל און עקסטער ארויסגעברענגט לשבח פון ביידע סניפי ישיבות קטנות אין מאנסי 'ישיבה קנין תורה' און 'ישיבה דרכי התורה' וואס מזעט בחוש די גוטע פירות וואס קומען ארויס פון ביידע ישיבות וואס דאס איז אלעס צו פארדאנקן פארן רב שליט"א און די הנהלת הישיבה וואס באגלייטן די ישיבות מידי יום ביומו, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר לימי חודש אלול, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פאר א חתן מאנשי שלומינו.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון האברך הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד בשכונת וועסט מעיפל "ביהמ"ד לב אהרן" וואס ווערט געבויעט דורך ר' הערשל הי"ו,
צום ערשט איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' הערשל הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' הערשל הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' מענדל הי"ו, פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי,
דערנאך האט דער רבי געגאסן די אבן הפינה פארן ביהמ"ד אין א ספעציעלן גלאז און מכבד געווען דער רב שליט"א דער חשוב'ן נדבן ובני משפחתו, און די ראשי קהלתינו פון מאנסי צו גיסן די אבן הפינה, און נאכאמאל ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' הערשל הי"ו און זיין גאנצע משפחה ברכות לרוב.
ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~