שבת קודש פרשת שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שופטים=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מענדל ב"ר געציל פרענקל הי"ו, החתן יואל הערש ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו החתן זרח ב"ר יואל ברא"מ שטיינבערג הי"ו, החתן יעקב קאפיל יוסף ב"ר יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו.
ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יודא כ"ץ שליט"א - רב דקהל ויצב אברהם מעלברוין אוסטראליע.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:25.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד הק' רב טוב.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי יפלא ממך דבר למשפט און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון כהנים שלוחא דידן או שליחא דרחמנא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
ברכת המזון: הרה"צ רבי מאיר לייפער שליט"א - אדמו"ר מדינוב ירושלים.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ו' אלול.
קה רבון עלם: הר"ר יואל אפענהיים שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - מו"ץ.
כהן: החתן חיים יושע ב"ר שמעון כ"ץ הי"ו.
לוי: החתן זרח ב"ר יואל ברא"מ שטיינבערג הי"ו - באווארפען.
שלישי: החתן מענדל ב"ר געציל פרענקל הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן דוד מאיר ב"ר ישראל העניך קרויס הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן יעקב קאפיל יוסף ב"ר יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה יודא ב"ר אפרים ווייס הי"ו.
ר' קלמן אליעזר בר"ש עקשטיין הי"ו.
ר' יוסף לייב ברש"א ווייס הי"ו.
שביעי: החתן יואל בהר"ר נתן דוב שווארטץ שליט"א - באווארפען.
הוספות: החתן אברהם שלמה ב"ר יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו - באווארפען.
החתן יצחק יודא בהרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א.
החתן שמעון ישראל ב"ר זאב ברוך ווערצבערגער הי"ו.
הר"ר יוסף פאלאטשעק שליט"א - רב דביהמ"ד שם משמעון וומ"ס.
אחרון: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל בנציון ווערצבערגער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מאיר זאב פריעדריך הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זי"ע וואס געפאלט דעם מאנטאג ו' אלול.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמעון כ"ץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס פראנקעל הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישכר בעריש מויזקאפף הי"ו.
כהן: ר' שמואל מאיר כ"ץ הי"ו.
לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
שלישי: הר"ר חיים בנציון ראזענבערג שליט"א - מאנסי.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יושע בירך וויינער הי"ו - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארומגערעדט לענגערע דברי מוסר והתעוררות אז אויב טוט מען תשובה חודש אלול אויף עניני קדושה איז דא די ברית אבות וואס הקב"ה האט צוגעזאגט פאר די אבות הק' און מען קען ארויסגיין זכאי בדין, און געטייטשט 'תכין לך הדרך' הדרך שטייט אין די ספה"ק מיינט מען חודש אלול, אויב גרייט מען זיך צו אין חודש אלול דעמאלטס 'ושלשת' איז דא די זכות פון די שלושת אבות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו - מאנטריאל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמעון ישראל ב"ר זאב ברוך ווערצבערגער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זי"ע וואס געפאלט דעם מאנטאג ו' אלול.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פונעם ראה"ק הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אברהם הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די שם הבנין פון די מקוה טהרה אין שכונת דברי חיים אין ק"י לע"נ אשתו ע"ה וואס די ערשטע יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פרייזן פון דירות אין אלע שכונות אין ק"י, און איבער פארשידענע הרחבת גבולי הקדושה אין אלע שכונות,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א - חבר ועד הרחבת גבולי העיר דק"י וועלכע האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשוב'ן נדבן וועלכע איז ווי אייביג געווען די נחשון און האט תיכף נאכן ערשיינונג פונעם בריוו פון רבינו שליט"א להרחבת גבולי העיר וועלכע איז ארויסגעקומען פארגאנגענע וואך זיך אנגעריפן מיט א ריזן סכום צו קענען פארענדיגן די מקוה טהרה און מיט דעם אפגעקויפט די שם הבנין,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט הרה"ח ר' אברהם הי"ו,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו ובני משפחתו,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים,
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
ארום 12:45 איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הרה"צ רבי מאיר לייפער שליט"א - אדמו"ר מדינוב ירושלים וועלכע האט געוויילט אויף שבת אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~