פרייטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג שופטים=
פארן דאווענען איז דער רבי אנגעקומען צו די המספיק זאלן ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן פאר די תאומים לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר וואלף שניטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר משה מענדל ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין הת"ת 'בנין גאלדשטיין'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ליפא אקערמאן הי"ו.
ב"ר משה הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יקותיאל יחזקאל שרגא פרענקל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי הדרכה פאר די בחורים לקראת די ימי הרחמים והרצון און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צום דערנעבנדיגן בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'ברנה יקצרו' דורך די תלמידי כתה ה' פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק',
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
דערנאך האט דער ראש המנהלים הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א פארהערט די קינדער אויף די לימודים בשעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת המוסדות און פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי הדרכה פאר די קינדער לקראת די ימי הרחמים והרצון און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, מען האט געענדיגט ארום 12:30.
א גוט שבת.
~🌴~