דאנערשטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שופטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל מרדכי שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מרדכי קאהן הי"ו.
ב"ר שלמה יצחק יעקב וועלץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דער רבי האט פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,
אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיט די רמ"י הישיבה אפצונעמען ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים קיין אייראפע קומענדיגע וואך,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.
זמני כניסה איז געווען פון 6:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 איז דער רבי אריבער צום קבלת פנים פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו - מנאמני בית רבינו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, פאר די חופה האט דער רבי געבענטשט די חתן,
דערנאך איז דער רבי אראפ אין ביהמ"ד בית מרדכי ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
נאך מנחה איז דער רבי ארויס צום חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און דערנאך איז דער רבי צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה האט זיך הבה"ח אברהם שלמה ב"ר יואל וויינשטאק הי"ו געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע הלכות שבת.
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דניאל ראובן דאנא ע"ה און הרה"ח ר' ציון ג'ברא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס,
נאכן בענטשן האט די בדחן האברך ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ מיט דברי חרוזים, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מחותנים און די זיידעס, און עקסטער מיט הרה"ח ר' יואל הי"ו.
דערנאך ארום 12:30 איז דער רבי אראפ אין ביהמ"ד בית מרדכי ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~