מיטוואך שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שופטים=
~בדר"ח אלול~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה בער ניישטאדט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א,
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די סדר הלימוד,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א.
ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יצחק יחזקאל דוד קרויס הי"ו.
ב"ר יואל קליינבערגער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
לדוד ה' אורי האט מען געזאגט נאך ברכו נפשי.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר די רמ"י הישיבה, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה לקראת די ימים נוראים הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' ווי מען האט אנגעהויבן די וואך צו באקן מצות לקראת חג הפסח תשפ"ה הבעל"ט נאכצוקומען די גרויסע פארלאנג פאר די גאר מהודר'דיגע "קרית יואל'ע מצות" מיט אירע פילצאליגע חומרות און הידורים,
דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם בעקערי פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיטן מנהל בית האופה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו, און געהערט א באריכט פון די פילע חומרות וועלכע איז צוגעקומען די יאר, און דערנאך מפריש געווען חלה,
דערנאך האט דער רבי איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די ארבעטער און נאכגעזאגט פונעם הייליגן שינאווע רב זי"ע ווי ער טייטשט אויף 'היום אתם יוצאים בחודש האביב' אז היום מיינט מען ראש השנה און ראש השנה גייט מען ארויס זכאי בדין בזכות פון מצוות מצה וואס מען עסט בחודש האביב, און אויסגעפירט אז "באקן מצות חודש אלול איז א ריכטיגע הכנה צו ראש השנה".
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 6:15 ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א און הרה"ח ר' אהרן הערש טויב הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' וואלף ברוך ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה סטרולאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ברב"י גליק הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט הי"ו היושב ע"פ אמו ע"ה.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה ישיבה קטנה קדושת יעקב פון שיכון סקווירא וועלכע וויילן די וואך אין ק"י,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים אין פרק מרובה מסכת בבא קמא און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו און הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~