דינסטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שופטים=
~אדר"ח אלול~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים תאומים ב"ר עזריאל מאיר מנחם שעהנברוין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 3:00 אזייגער איז אריין בקודש פנימה הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א וחתן הגה"צ רבי יצחק שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין שיכון סקווירא,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הר"ר יעקב יוסף שליט"א און פאר בנו החתן ני"ו.
דערנאך ארום 3:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 5:00 אזייגער ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' הערשל הי"ו ובני משפחתו.
ארום 9:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגן דינסטאג כי תצא אין וומ"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון רבותיה"ק לבית סיגוט און צאנז זי"ע און ארומגערעדט איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל האלבערשטאם שליט"א - אב"ד טארניגראד חתן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע דינסטאג כי תבא אין וומ"ס, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן רב שליט"א און פאר בנו החתן ני"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~