מאנטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שופטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירת יום כיפור קטן כנהוג אום ער"ח אלול,
בעל תפילה: הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א - אדמו"ר מדינוב מאנסי ור"מ בישיבה,
דער רבי האט געזאגט מיט א שטארקע התעוררות ובכי בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות, מען האט געענדיגט ארום 1:10.
זמני כניסה איז געווען פון 6:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' מאיר נתן פריעדמאן שליט"א - אב"ד סעיטשא מאנסי בן הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר סעיטשא רב שליט"א און פאר בנו החתן ני"ו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ה טעללער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א און הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
נאך די תנאים'ס האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~