זונטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שופטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם אפרים בערגער הי"ו.
ב"ר משה ראזענפעלד הי"ו.
ב"ר יואל בנציון אבעלעס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ל"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל בנו ר' מנחם מענדל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פונעם ראה"ק הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די יערליכע מסיבה לטובת מוסד הק' 'רב טוב',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות פונעם מוסד הק' און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר אלע אנוועזנדע, דערנאך איז דער רבי צוריק לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און ממשיך געווען די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרבני הנגיד ר' משה יצחק לאנדא הי"ו - בונה ומיקם ביהמ"ד החדש ברך משה דקהילתינו הק' בשכונת טווין אין מאנסי ווי מ'גרייט זיך אין די יעצטיגע טעג צו אנהייבן די בוי ארבעט נאכן ערהאלטן פארגאנגענע וואך די נויטיגע פערמיטן,
דער נדבן ר' משה יצחק הי"ו האט געצייגט די פלענער פארן רבי'ן מיט אלע פרטים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו און הרה"ח ר' עמרם יואל ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~