מיטוואך ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר אלי' ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם יצחק מארקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק כ"ה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.
פארנאכטס ארום 7:30 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות פון הכלה בת הנגיד ר' יצחק אייזיק גרינפעלד הי"ו - מגדולי הנדיבים פונעם 'בנין השוהל הויף' בעיר האבות סיגוט יע"א, וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פון גיסו הרה"ח ר' יושע מרדכי שלעזינגער הי"ו אין די בריגעדאן געגענט אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די די היסטאריע פון נסיעות קיין סיגוט נאך די צווייטע וועלט מלחמה, און איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם געגענט ווי קהלתינו הק' האט נארוואס אפגעקויפט א נייעם שטח פאר א ביהמ"ד פארן געגענט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פארן זיידן הרה"ח ר' נתן גרינפעלד הי"ו לרפו"ש, און פארן גאנצן אנוועזנדן ציבור.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן ע"ה.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב חיים לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~