דינסטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף צוויבל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ליפא דרעזנער הי"ו.
ב"ר דוד לעווי הי"ו.
ב"ר יואל געלב הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק כ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אין אמעריקע,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין לאנדאן און בפרט איבער די ישיבה גדולה וואס עפענט זיך צום קומענדיגן ווינטער זמן הבעל"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~