מאנטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
ב"ר אשר זאב גוטמאן הי"ו.
ב"ר חיים מנחם ראזינגער הי"ו.
ב"ר יקותיאל יודא סימאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר בערל קליין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק י"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש רובינשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה ארי' גליק הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יוסף ברילל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל גאנדל הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א און הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~