זונטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר הילל ראזענבערג הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ט"ז.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צו קרית ברך משה אין וואדבערן לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם צוגעבויעטן פליגל פונעם בנין הת"ת,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 אזייגער און צום ערשט ארויף אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - רב הקריה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן רב שליט"א און די אנוועזנדע הנהלת הקריה איבער די הרחבת גבולי הקודשה פונעם קריה און די דערנעבנדיגע קאנטריס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט ממתקים פאר די אייניקלעך.
דערנאך האבן די תלמידי הת"ת שע"י המחנה מקבל פנים געוועהן רבינו שליט"א בחוצות הקרי' אויסגע'שורה'ט אין די צוויי זייטן בשירה וזמרה, דער רבי האט אריבער שפאצירט די שורה ביז צום בנין הת"ת,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א צו קובע זיין א מזוזה,
דערנאך איז דער רבי ארום זיך אומקוקן אינעם בנין און דערביי געהערט א באריכט פונעם חשוב'ן נדבן בונה ומקים עולמות של תורה ותפילה הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו,
דערנאך איז דער רבי ארויף צום היכל הביהמ"ד 'בנין יהודה' צום מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הת"ת,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דערנאך האבן עטליכע קינדער פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, פארן נדבן הרה"ח ר' אברהם הי"ו, און פאר אלע קינדער און אנוועזנדע,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חשוב'ן נדבן און פארן גאנצן ציבור.
ארום 2:45 האט דער רבי פארלאזט די קריה און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו איבער די פארברייטערונג פון די פלייש געשעפט לאקאלן שע"י קהלתינו הק' בהרי הקעטסקילס.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן קאנטרי אויף א ביקור חולים באזוך ביי הרה"ח ר' ישראל יצחק בערנאטה הי"ו לרפו"ש,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 3:15 איז דער רבי אנגעקומען אינעם מאונטען וואד קאנטרי אין סאוט פאלסבורג אין שטוב פון הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן היינט אינעם קאנטרי,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי הכנסת ספר תורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן הספר תורה הרה"ח ר' מענדל מאיר הי"ו און זיין גאנצע משפחה,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט אינאיינעם מיט די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו מחנה בית רחל,
ביים אנקומען ארום 3:45 האט זיך דער רבי באגריסט מיט די הנהלת ומנהלי המחנה,
דער רבי איז צום ערשט אריבער אויף א באזוך אינעם כולל אברכים שע"י המחנה ווי עס איז פארגעקומען א קבלת פנים ומסיבת לחיים,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל הבית רחל, און הר"ר מאיר יוסף בר"א גראס שליט"א - מנהל המחנה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - חבר הנהלת המחנה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבני המחנה און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און ארויסגעברענגט אז דא אינעם קעמפ איז די פלאץ ווי מען מאכט זיכער אז מען זאל אויסוואקסן א קינד און טאכטער פון אברהם אבינו און שרה אמינו, און ארומגערעדט בשבח פון די הנהלת המחנה וועלכע לייגט אריין אזויפיל כוחות אין די תלמידות בגשמיות וברוחניות און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו חידושי תורה מהר"א ט"ב פאר די רבני הכולל.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידות המחנה,
דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה אויפן פסוק 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און ארויסגעברענגט אז מען דארף אכטונג געבן זיך צו פירן ווי א טאכטער פון שרה אמינו סיי בעניני צניעות און סיי בין אדם לחבירו, און צווישן אנדערע געזאגט אז "די היינטיגע מיידלעך זענען די מארגנדיגע כלות און די איבערמארגנדיגע מאמעס פאר די קומענדיגע דור" און יעדער פארמאגט אן אחריות צו ממשיך זיין די מסורת האבות ואמהות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו ווי עס זענען אנוועזנד געווען אלע חברי הנהלת המחנה און מען האט אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הקדושה,
אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט די קלענערע קינדער תלמידי הת"ת שע"י המחנה וועלכע האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער,
ארום 5:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יחיאל יודא מענדלאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א און הרה"ח ר' יואל פייערווערקער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן לייב בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברח"ד ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א און הר"ר הערשל אילאוויטש שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל פארקאש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין ק"י,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין די תלמידים פון ישיבת בין הזמנים פון לעיקוואד וועלכע וויילן אין די יעצטיגע בין הזמנים טעג בשכינות פון ק"י,
דער רבי האט ארומגערעדט אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה אין וואס די בחורים זענען יעצט עוסק, און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן אויף חנוכה פארן ראש החבורה הר"ר אליעזר פריעדמאן שליט"א און אלע בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~