דאנערשטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג עקב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"א פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
ב"ר יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר שמעון יואל גוטמאן הי"ו.
ב"ר יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו.
ב"ר משה ארי' וויזעל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ד'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען ביי די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת,
עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ רבי יושע רובין שליט"א - אבד"ק באבוב 45 וועלכע איז זיך געקומען אומקוקן אויף די שחיטה,
דער רבי איז ארומגעגאנגען אינאיינעם פאר א לענגערע צייט און אנגעוויזן די פילע חומרות והידורים מיט וואס די בית השחיטה צייכנט זיך אויס, דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"ב ווייסמאן הי"ו און הרה"ח ר' יושע קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם הערש וויינבערגער הי"ו און הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' ברוך עזריאל יחיאל לאווי הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"י מיטטעלמאן הי"ו און הר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ציון עובדי' מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מחוסט נאדבורנא שליט"א פון שכונת חתם סופר אין ק"י, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וואס איז פארגעקומען די וואך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~