שבת קודש פרשת ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת ויחי
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל שפיצער - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן.
מנוחה ושמחה: הר"ר יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א בן הגה"ג הדומ"ץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ועתה שני בניך הנולדים לך וכו' ואני בבואי מפדן, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין אדם מקנה דבר שלא בא לעולם.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל שפיצער - ירושלים.
ברכת המזון: הגה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם ארי' דבי עילאי וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג י"ז טבת.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית מרדכי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' נפתלי הירצקא שווארץ און ר' יואל צבי הירשפעלד.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אפרים גוטמאן - לאנדאן.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:20.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף חיים ווייס - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מאיר יוסף טייטלבוים.
כהן: החתן מנחם גרשון ב"ר בנימין זאב שווארץ.
לוי: החתן נפתלי ב"ר אלעזר רובינפעלד - באווארפן.
שלישי: החתן חיים ב"ר קלמן יעקב ווייס - באווארפן.
רביעי: החתן אהרן זאב ב"ר עקיבא צבי געשטעטנער - באווארפן.
חמישי החתן חיים ב"ר אשר יצחק ווידער - באווארפן.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה ברוך קאליש.
ר' ליפא פריעד.
ר' פישל גאלדבערגער.
ר' בנציון כ"ץ.
שביעי: הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א - מו"ץ.
הוספה: החתן חיים ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה.
אחרון - חזק: החתן בנציון ב"ר משה כ"ץ .
מפטיר: הרה"ח ר' אלישע האראוויץ.
הגבה: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער.
גלילה: הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקרית טאהש.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישעי' שבתי בראך.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יואל בר"ע הירש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' ארי' ראטה - וומ"ס.
כהן: הר"ר משה כ"ץ.
לוי: הר"ר אלעזר רובינפעלד.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב אלכסנדר גוטמאן - ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער - מאנטריאל.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו ואגידה לכם, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ימי השובבים הממשמשים ובאים וואס אין ארי' הקדוש שטייט אז די טעג איז מסוגל פאר תשובה אויף עניני קדושה,
שטעלט זיך די קשיא לכאורה אין זוהר הק' שטייט אז עס ניצט נישט קיין תשובה?
נאר פון הרה"ק ר' יהושע מבעלזא זי"ע שטייט אז תשובה אליינס העלפט טאקע נישט אבער תשובה צוזאמען מיט תפילה העלפט יא,
אבער לכאורה איז דאך דא די פראבלעם אזוי ווי דער עצי חיים טייטשט אויף נבוכים הם בארץ סגר עליהם המדבר אז 'נבוכים הם בארץ' מען איז פארזינקען אין ארציות אין גשמיות במילא איז 'סגר עליהם המדבר' עס איז פארמאכט די כח המדבר די כח הפה און מען קען נישט מתפלל זיין במילא וויאזוי ניצט תשובה אויף די הארבע עבירות?
נאר האט דער רבי געזאגט אז מען איז זיך מחזק מיט די ווערטער פונעם ראפשיצער רבי זי"ע אז ווען א איד איז מתפלל איז הקב"ה מתפלל צוזאמען מיט אים במילא ווערן די תפילות נתקבל,
און דאס האט יעקב אבינו מתפלל געווען אז ווען עס וועט זיין 'האספו ואגידה לכם' ווען אידן וועלן מתפלל זיין זאל זיין 'את אשר יקרא אתכם' אז הקב"ה זאל מתפלל זיין צוזאמען מיט זיי אזוי וועט זיין תשובה מיט תפילה צוזאמען און מען וועט קענען תשובה טוהן אפי' אויף די הארבע עבירות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי התעורורות לקראת די ימי השובבים הבעל"ט אז מען דארף זען אויסצוניצן די טעג מיט תשובה אין תיקון המעשים און בפרט מיטן זאגן תהילים, און אזוי וועט זיין תשובה מיט תפילה צוזאמען און דער רבי האט אנגעווינטשן אז מען זאל זוכה זיין צו תשובה ותפילה כדבעי, בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ג ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א - אב"ד גמזו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן חיים ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אלישע האראוויץ.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
א גוטע וואך.
~🌴~