מיטוואך עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך עקב=
אינדערפרי ארום 8:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, צו דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' פון וומ"ס און ב"פ,
דער רבי איז אנגעקומען אין קעמפ ארום 9:50,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו - מנהל המחנות און מיט אביו הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו,
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א.
ב"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו.
בעל תפילה: הר"ר אברהם יונה שווארטץ שליט"א - מלמד במוסדותינו הק' ב"פ.
נאך שחרית האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די תלמידים פון מוסדותינו הק' פון וומ"ס וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פארגאנגענעם יו"ט פורים לטובת מוסדותינו הק',
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן לידזשער לעיק קאנטרי צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו אויף פת שחרית.
ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען צוריק אינעם קעמפ ווי דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים און האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, צום ערשט אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי וומ"ס בהנהלת הר"ר יודא בער טעללער שליט"א, ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט,
איידערן פארלאזן די ביהמ"ד האט דער רבי געבעטן די מייק און איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די לימודים אין מסכת קידושין.
דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי ב"פ בהנהלת הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים און מרביצי תורה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
מען האט געענדיגט ארום 2:05.
ארום 2:20 איז דער רבי אנגעקומען צום מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי פון די תלמידי מוסדותינו כתות ו' ז' ח' פון וומ"ס און ב"פ אין מאנטיסעלא ניו יארק,
דער רבי איז ארומגעגאנגען צו די פיר בתי מדרשים, צום ערשט ביי די בתי מדרשים פון די סניפים פון וומ"ס, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א,
סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א,
סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א,
און דערנאך ביי די תלמידי ב"פ בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א,
און פאר אריבער א שעה ארומשפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער אין די לימודים,
ביים ארויסגיין האבן אפגעווארט די קליינע קינדער תלמידי המחנה וועלכע האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט אלע קינדער בחדר האוכל, ווי די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עטליכע קינדער האבן פארגעזינגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די תפילות פון תשב"ר און בפרט פון זאגן אמן יהא שמיה רבא וואס דאס מאכט א פתח אין הימל וואס ברענגט אראפ פילע השפעות פאר כלל ישראל, און געזאגט אז עס קומט שוין כמעט אן ראש השנה און מען דארף זיך אנהייבן צוצוגרייטן מיט תורה עבודה וגמילות חסדים, און פארענדיגט בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער.
בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי באגריסט די אייניקלעך תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו זי"ע.
מען האט געענדיגט ארום 4:20 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.
ארום 5:10 איז דער רבי אנגעקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר יושע שמאיע הי"ו און הרה"ח ר' יואל ב"ר יעקב אקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל ארי' בערקאוויטש ע"ה און הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים בער גראד הי"ו און הרה"ח ר' חיים פריעדלענדער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן בשכונת חתם סופר אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז און וויזניץ,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז אינדרויסן.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל זאב שעהר הי"ו און הרה"ח ר' יונה דוד פערל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
נאך מעריב האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא צו באשיינען די שמחת החתונה פון החתן בן הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:50 און זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס שליט"א ובראשם האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און דערנאך א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים, און דערנאך עקסטער מיטן שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די חתונה ארום 1:15 אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~