דינסטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג עקב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה אהרן שעהנברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
תאומים בני הרה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א.
ב"ר יוסף שמעי' פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר נפתלי יוסף ווייס הי"ו.
ב"ר אליקים געציל פרענקל הי"ו.
ב"ר יואל ווייס הי"ו.
ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
ב"ר שלמה זלמן פוקס הי"ו.
ב"ר משה יצחק זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו.
ב"ר יואל משה רייז הי"ו.
ב"ר חיים יחזקאל שרגא ראזענבערג הי"ו.
ב"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יששכר כייעם הי"ו און הרה"ח ר' מנחם שלמה ראזענפעלד הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' לוי חיים שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' דוד העכט הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יושע שנעבאלג שליט"א און האדמו"ר מחוסט נאדבורנא שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע איז געקומען איינלאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע קומט פאר מארגן מיטוואך אין שיכון סקווירא און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי וועלכע איז געקומען מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו החתן למז"ט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן רב שליט"א ובנו החתן ני"ו.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יודא יעקב גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה ארי' גוטמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל כאירה הי"ו און הרה"ח ר' אלי' ראובן סאפדי הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ג ר' ישעי' פאנעט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדעעש ב"ב שליט"א און הר"ר בערל מרגליות שליט"א - מראשי חברי וועד הרחבת גבולי העיר ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די צדיקי בית דעעש און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה, עקסטער האט דער רבי טעלעפאניש אנגעוואונטשן פארן זיידן הרה"ג ר' אשר מרגליות שליט"א - אב"ד קהל אהל משה אין וויען.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~