מאנטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג עקב=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הב' מנחם גרשון ב"ר יואל סימאן הי"ו - ק"י.
פתיחה: הרה"ח ר' שלמה ברוק הי"ו - מאנסי.
בעל קורא: ר' דוד אלי' גרינשטיין הי"ו - לעיקוואד.
עליות:
כהן: ר' יעקב ב"ר שלמה גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' ירוחם ברומבערג הי"ו - לעיקוואוד.
שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: ר' יצחק שלמה זילבערשטיין הי"ו.
גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 2:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:20 אויפן וועג אהיים נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש,
ארום 4:25 האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם סטוארט לופטפעלד, און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה צו ביתו נאוה קודש אין ק"י,
ביים אנקומען האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דער גאנצער ציבור איז אריבער שלום נעמען.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אביגדור הערשקאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' וואלף בער לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ע אבערלענדער הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים ווי מען איז איבערגעגאנגען און אויסגעשמועסט פאר א לענגערע צייט די ווייטערדיגע פלענער צו באקעמפן די גזירת הגיוס בארה"ק,
צווישן אנדערע איז מען איבערגעגאנגען די פלענער און דעטאלן פונעם יום תפילה וזעקה וואס דער רבי האט פארריפן מרעיש עולמות צו זיין איבער די שרעקליכע גזירה.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~