זונטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג עקב=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הב' אשר זעליג ב"ר יואל ישראל וואגשאהל הי"ו - מאנסי.
נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:25.
בעל תפילה: הב' מנחם גרשון ב"ר יואל סימאן הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: ר' מאיר שטיינמעטץ הי"ו - ק"י.
נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה תורת אפרים פון מאנסי אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הר"ר יעקב שווארטץ שליט"א,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים אין ישיבה און משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די בחורים,
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~