שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל און א חלק פון תלמידי סניף ויואל משה.
ערב שבת נאך די מקוה האבן הב' נפתלי צבי ב"ר נחום שמשון שווארטץ הי"ו, הב' יושע ב"ר הערש בער מייזעלס הי"ו, הב' משה ב"ר יוסף לייב קויפמאן הי"ו, הב' מרדכי ב"ר שלמה זלמן עפשטיין הי"ו, הב' יחזקאל שרגא ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו, הב' שמעון ב"ר ישראל מאיר דירענפעלד הי"ו - בית שמש, איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א - ר"מ בישיבה .
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו ארץ ישראל איז מוחזקת לנו מאבותינו.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף חיים מאלח הי"ו - ק"י.
ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל ישיבה סניף ויואל משה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י"ד אב.
קה רבון עלם: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:10.
~וביום השבת~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו - ק"י.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו - ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמעי' קרויס הי"ו - ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
לוי: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א.
שלישי: הבה"ח משה ארי' ב"ר אהרן אליעזר ווידער הי"ו - לאנדאן.
רביעי: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
חמישי: הרה"ח ר' קלמן פילאפף הי"ו - ק"י.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
הוספות: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו - מאנטריאל.
הרה"ח ר' פישל גאלדבערגער הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' יואל בר"מ שאלאמאן הי"ו - מאנסי.
הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א.
הרה"ח ר' בעריש פרענקל הי"ו - ק"י.
הב' משה יודא ב"ר שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' יואל ב"ר יושע מענדלאוויטש הי"ו.
הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' שמעי' קרויס הי"ו.
אחרון: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו - ק"י.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו - ק"י.
הגבה: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א.
גלילה: הב' יצחק בהר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:45,
מען האט געזינגען ניגוני גאולה ונחמה,
דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו - ק"י.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אמר משה להקב"ה עצמות יוסף נכנסים לארץ ישראל ואני לא אכנס' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין ישראל אדער א דין בן נח.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים,
ברכת המזון: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יעקב יוסף פילאפף שליט"א - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' מאיר שטיינמעץ הי"ו - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א.
שלישי: הב' ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: הילד ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' קלמן פילאפף הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וידעת היום והשבות אל לבבך' און ארויסגעברענגט אז די סיבה פונעם חורבן ביהמ"ק איז געווען וויבאלד די ערד קען נישט סובל זיין די קדושה פונעם בית המקדש השלישי, פארדעם האט מען געבויעט די ערשטע ביהמ"ק און עס חרוב געמאכט, געבויעט דעם צווייטן ביהמ"ק און עס חרוב געמאכט, אזוי איז שוין די ערד גענוג הייליג פאר די ביהמ"ק השלישי, אבער לכאורה איז הקב"ה א כל יכול און האט געקענט מאכן אז די ערד זאל יא קענען סובל זיין די קדושה און פארוואס האט אויסגעפעלט די חורבן ביהמ"ק? נאר הקב"ה האט געוואלט מחזק זיין יעדע איד וואס וויל תשובה טוהן אז ער זאל זיך נישט מייאש זיין און טראכטן אז ער האט שוין נישט קיין תקומה נאר ער זאל טראכטן אז די מצוות ומעשים טובים וואס ער האט שוין געטוהן האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושה אינעם מענטש און דאס איז גורם אז עס זאל אייביג ניצן תשובה,
און דער רבי האט מעורר געווען זאגענדיג אז פון תשעה באב ביז ראש השנה איז דא פיפציג טעג ו'מי' מטהר אתכם, און יעצט איז די צייט זיך אנצוהייבן זיך צוגרייטן צום יום הדין, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו 'נחמי נחמי עמי' צום נחמה בכפלים בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הר"ר יושע הערש גליק שליט"א - ר"מ בישיבה.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר חיים דוד פריעד שליט"א - ר"מ בישיבה.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
א גוטע וואך.
~🌴~