מיטוואך ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הבה"ח מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען זענען אריבער שלום נעמען א קבוצה בחורים פון ישיבה 'מתיבתא דלעיקוואד' וועלכע האלטן זיך אויף אין די טעג אין ניו העמפשיר און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס בדברי פלפול מיט די בחורים אין די סוגיא וואס זיי לערנען אין ישיבה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:25.
בעל תפילה: הבה"ח מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:05.
בעל תפילה: הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו - ק"י.
נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט מען ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ארטיגן 'ביהמ"ד דקהל יראים בית אלימלך' ווי מען בויעט צו לתועלת פון די פילצאליגע אנשי שלומינו וועלכע קומען וויילן בצל הקודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~