זונטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א - ק"י.
ב"ר יואל כהנא הי"ו - קרית טאהש.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו - קרית טאהש.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער זיך געזעגענען און הב' מרדכי יואל ב"ר צבי אלימלך גליק הי"ו - מאנטריאל, האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אפרייזן אויף מנוחת הנפש.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק הערוגת הבושם זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן היינט ז' אב.
דערנאךהאט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קשר פון הרה"ק הערוגת הבושם זצ"ל מיט רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:35.
בעל תפילה: הב' בערל ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15.
בעל תפילה: הב' אהרן בהר"ר דוד לייב קרויס שליט"א - ק"י.
נאך מעריב האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען האדמו"ר מליסקא שליט"א היושב ע"פ אשתו הרבנית מליסקא ע"ה.
א גוטע נאכט.
~🌴~