שבת קודש פרשת דברים - חזון בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת דברים - חזון בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש די תלמידי המתיבתא סניף ברך משה.
ערב שבת נאך די מקוה האבן הב' מאיר פנחס חיים בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - מאנסי, הב' פסח דוד בהרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס, הב' קלמן ב"ר יואל קארנבלי הי"ו - וומ"ס, הב' יושע צבי ב"ר יואל גליק הי"ו - וומ"ס, הב' אליעזר אלטר ב"ר שלמה צבי פעלבערבוים הי"ו - ק"י, איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א - מגי"ש בקהלתינו הק' מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יצחק אייזיק טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבה.
מנוחה ושמחה: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א.
ברכת המזון: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנהל הישיבה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג תשעה באב.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר יוסף דוב ראזענפעלד שליט"א - ק"י.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:25.
~וביום השבת~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות: הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה.
פסוקי דזמרה: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר משולם פייש כהנא שליט"א - קרית טאהש, חתן האדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א.
בעל קורא: הב' שמואל נתנאל בר חיים קליין הי"ו - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו - ק"י.
לוי: הב' שמחה ב"ר הערש אלימלך קליין הי"ו - ק"י.
שלישי: הרה"ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי"ו - מאנסי.
רביעי: הרה"ח ר' יעקב פויגעל הי"ו - קרית טאהש.
חמישי: הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו - ק"י.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו - מאנסי, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרב יצחק אייזיק הורוויץ שליט"א - ק"י, נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
הוספות: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו.
הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו - קרית טאהש.
הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד הי"ו - ק"י.
הב' גרשון ב"ר יעקב הערש ניישטאדט הי"ו - ב"פ.
הרה"ח ר' משה מארקאוויטש הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' אברהם מאסרי הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו - מאנסי.
הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו - ק"י.
נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א.
נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א.
אחרון: ר' אברהם גאלדבערג הי"ו - קרית טאהש.
מפטיר: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
הגבה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:50,
מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הר"ר משולם פייש כהנא שליט"א.
ברוך קל עליון: הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א - ק"י.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ה' אלקי אבותיכם יוסף עליכם ככם אלף פעמים' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים,
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב פויגעל הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' שמחה בונם טורנהיים הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יקותיאל הערש ווייס הי"ו - מאנטריאל.
שלישי: ר' רפאל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו - ק"י.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הר"ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט"א - ק"י, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: הב' בהרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א - ק"י.
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אינעם הפטורה 'חזון ישעיהו בן אמוץ אשר חזה על יהודה וירושלים' און ארויסגעברענגט אז ביי יעדע שלעכטע מחשבה וואס א מענטש טראכט ווערט באשאפן א מלאך המשחית וואס שטיפט אים צו טוהן נאך און הארבערע עבירות ח"ו אבער ווען מען ליינט קרי"ש כדבעי קען מען מיט די קדושה מבטל זיין די מלאכים משחיתים,
און דאס איז געווען ביים חורבן ביהמ"ק 'לא חורבה ירושלים אלא על שום שבטלו קרי"ש של שחרית וערבית' וויבאלד מען האט נישט געליינט קרי"ש כדבעי זענען איבערגעבליבן די מלאכים משחיתים וואס האבן צוגעברענגט אז מען זאל נכשל ווערן אין די הארבע עבירות וואס דאס האט צוגעברענגט דעם חורבן ביהמ"ק,
און דער רבי האט מאריך געווען בבכיות אז כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו, און נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע אז 'כשאתם זוכים אתם מונים לבנינה ואם אי אתם זוכים אתם מונים לחורבנה' און געזאגט אז מען שטייט שוין 1956 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו, און דאס איז וויבאלד מען איז מוסיף חטא על פשע און מען טוט נישט תשובה אויף די חטאים, און שטארק מעורר געווען אז אין די יעצטיגע טעג איז די צייט צו מאכן א חשבון הנפש און אריינטראכטן צו מען האט ח"ו נישט קיין חלק אין די כאילו נחרב בימיו, און צוגעענדיגט בברכת והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
א גוטע וואך.
~🌴~