פרייטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג דברים=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו - מאנסי.
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים הערש ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד פאר די בר מצוה בחור ולרגל שמחת שלישי למילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הייליגן אריה"ק זי"ע וואס די יארצייט געפאלט היינט ה' אב, און פארשידענע ענינים בנוגע שלישי למילה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן בעל שמחה נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מקוה האריה"ק אין צפת.
=זמנים לשבת קודש בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
זמן הדלקה"נ: 7:45.
תפילת מנחה: 8:30.
עריכת שלה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
סוף זמן קרי"ש: 8:42.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:30).
מנחה ושלו"ס: 8:30.
זמן מוצש"ק 9:11.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון שלו"ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
א גוט שבת.
~🌴~