🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג ויחי
נעכטן אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין די בית האופה דקהלתינו הק' און דערנאך אין די בית השחיטה המהודרת.
היינט האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יושע הערש גרינפעלד, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור, ב''ר יואל הלוי מאשקאוויטש.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 3:15 איז פארגעקומען א '
אסיפת הרבנים' בביתו נאוה קודש פון כ"ק
רבינו שליט"א אויף אוהעל קט.
ביי די אסיפה האבן זיך באטייליגט צענדליגער רבנים הגאוה"צ שליט"א, אלע רבנים ודיינים פון בתי מדרשים דקהלתינו הק', און פון אלע גרעסערע בתי מדרשים אין קרית יואל והגלילות.
צום ערשט האט דער רבי ארומגערעדט די חובת השעה אראפצושטעלן תקנות העיר, וואס זאל מחייב זיין אלע תושבי ק"י והגלילות,
און ארומגערעדט איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדע רב און דומ"ץ הביהמ"ד צו משגיח זיין אויף זיינע מתפללים און אויף זיין געגענט,
דערנאך האט הגה״צ רבי
שלמה זאבעל שליט״א מו״ץ ביהמ״ד בית דוב פארגעליינט די תקנת העיר וואס איז במשך די לעצטערע חדשים אויסגעארבעט געווארן דורך די רבני העיר,
דערנאך זענען די תקנת אינטערגעשריבן געווארן דורכן מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א, און דערנאך דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
און מיט דעם האט זיך די אסיפה געשלאסן, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און תפילת מעריב ביים זמן ר"ת.
נאך מעריב איז
געקומען אויף א באזוך כ"ק
אדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א, ווי דער ספינקא רבי שליט"א האט איינגעלאדענט רבינו שליט"א צום חתונה פון נכדו וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דערנאך האט דער רבי אים ווארעם אנגעווינטשן, און דערנאך אנגעווינטשן פאר די מחותנים און די גאנצע משפחה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אליעזר זוסמאן ראטה און ר' ישעי' שבתי בראך, אין די זאלן פון כינור דוד.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום זאל פון בית רחל פאראדייס צום שמחת החתונה פון נכד כ"ק
אדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א עב"ג בת הר"ר
יצחק אייזיק כהנא שליט"א מספינקא ק"י,
דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און נאך די חופה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א
מחול לצדיקים אינאיינעם מיט די גרויסע זיידעס.
אויפדערנאכט איז פארגעקומען דער היסטארישער כינוס האדיר
''אסיפת העיר'' בראשות מרא דאתרא קדישא כ''ק מרן רבינו שליט''א,
די אסיפה האט זיך אנגעהויבן ארום 8:30 ווי עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר'
שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים מיטן אריינפיר צום אסיפה,
דערנאך האט הגה''ג דומ''ץ קרית יואל שליט''א אויפגעטרעטן מיט א שטארקע דרשה, ווי די דיין האט ארומגערעדט איבער די הלכה'דיגן תוקף פון אלע תקנות וואס די רבני העיר האבן היינטיגן טאג אונטערגעשריבן, און איז מחייב יעדן איינציגן תושב העיר בלי יוצא מן הכלל.
ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום אסיפת העיר און די דיין שליט"א האט ממשיך געווען מיט די דרשה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר'
יחזקאל ווייס שליט"א ראש ישיבת פאפא מאנסי מיט א דרשה נלהבה, ווי ער האט ארומגערעדט איבער וויאזוי ריכטיג צו מקבל זיין די תקנות.
"
האספו ואגידה לכם... את דבר ה'"
ארום 9:35 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די
דברות קודש מלהבות אש ומשא המעמד,
דער רבי זיך געשטעלט אויפן פסוק 'האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים' דערנאך האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען א לענגערע צייט בדברי תורה בפרשת השבוע, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דער אויבערשטער וויל מטהר זיין כלל ישראל, אבער דאס נוצט נאר אויב מען איז יושב ומצפה אז דער אויבערשטער זאל מטהר זיין,
דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי כלל ישראל איז בעצם צעטיילט אין צוויי מחנות, ווען פון איין זייט שטייען די תורה טרייע ערליכע כלל ישראל, בעה"ב וואס לערנען און דאווענען, זיי זענען א מוסטער פאר די קינדער און אייניקלעך, וכדו',
לעומת זה איז דא ליידער א צווייטע מחנה וואס איז פארנומען מיט מילוי התאוה, די גאנצע רוחניות איז פארגרעבט, שבת איז א וויקענד, און זיי זענען אויסגעליידיגט פון יעדע רגש צו א דבר שבקדושה,
דער רבי האט דערציילט אז ווען דער בעל התניא איז געזעצן אין תפיסה איז א גרויסע מיניסטאר אים געקומען באזוכן, און זייענדיג א געלערנטער האט ער געפרעגט פונעם תניא, וואס האט דער אויבערשטער געפרעגט פון אדם הראשון איכה? דער אויבערשטער האט דען נישט געוויסט ווי ער איז?
האט אים דער תניא געענטפערט אז איכה פרעגט דער אויבערשטער פון יעדע מענטש יעדן דור, למשל, ער פרעגט פון א מענטש דו ביזט כך וכך יאר וואס האסטו שוין אויפגעטוהן אויף די וועלט,
האט די רבי אויסגעפירט דער אויבערשטער פרעגט יעדן איד איכה? וואו ביזטו? אין וועלכע מחנה געפונסטו זיך ? ביזטו פון די מחנה אלקים אדער פון די מחנה הגשם ?
אויף דעם האט יעקב אבינו געזאגט האספו, מען זאל זיך צוזאמען קומען, און זיך שטארקן, און אויפצוהייבן כל הקהל הקודש הזה אריין אינעם אויבערשטנס מחנה, און מסביר זיין די בא'טעמ'טקייט פון לערנען, דאס געהויבנקייט פון דאווענען בהתלהבות ובקול, פארשטיין געבן קדושת שבת קודש, וקדושת המועדים, וואס איז דאס א יום טוב, וואס איז דאס סליחות, עשי"ת, יוה"ק, סוכות, וכו',
דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם שוש אשיש בה', מיין שמחה איז אז איך בין מיטן אויבערשטן, איך בין מיטן מחנה אלקים,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די חיוב החינוך פון יעדע ראש בית אב אויף זיינע קינדער און אייניקלעך,
דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי מען דארף זען אז די קינדער זאלן נישט קענען זאגן אז מיין טאטע האט נישט בעסער אויסגעזען, מען דארף אריין באקן א שמחה של מצוה,
דער רבי
האט מסביר געווען אז א בן סורר ומורה, וואס מיינט מורה? אז דער קינד איז מחנך דעם טאטן, דער קינד וועט איינלאדענען דעם טאטן צו זיינע פארטיס, וכדו',
מען דארף אנהאלטן מסורת אבות, נישט צוזאמקלויבן פון איבעראל, דער צאנזער רב זי"ע האט געזאגט אזא איינער וואס קלויבט וואס ס'געפעלט איז יצא מכלל דת,
דערנאך האט דער רבי ארום גערעדט איבער די קדושה וואס רבינו הקוה"ט זי"ע - מייסד הקריה האט אריין געלייגט אינעם שטאט, און ווי דאס באגלייט איר עד היום.
דער רבי האט ארויסגעהויבן ווי רבינו הק' זי"ע האט זיך אוועקגעגעבן פארן שטאט, און זיך אויסגעדרוקט אז
"אן קרית יואל האב איך גארנישט אויפגעטון אויף דעם עולם"!
דערנאך האט רבינו שליט"א אדרעסירט די מצב אין די הרחבת גבולי הקדושה אינעם שטאט, ווי דער ציבור האט זיך אנגעהויבן אויסשפרייטן אין די גלילות, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען טאר נישט און מען קען נישט צולאזן אז עס זאל ווערן א מקום מופקר, אן קיין קאנטראל פון די רבנים, הן בנוגע צניעות, הן בנוגע קדושה, הן בנוגע אלע אנדערע אידישקייט ענינים.
דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מען דארף שטיין על המשמר אויף די גלילות,
אין דער רבי האט אויסגעשריגן מיט א שטארקע קול "דער פעטער ז"ל איז געווען א קפדן מאד אין ענינים וואס איז נוגע עניני קדושה ומלבושים ביי נשים, בפרט וואס איז נוגע אפשערן די האר פאר נשים, אדער דורכזיכטיגע זאקן, היינט צוטאג נשמתו בגנזי מרומים איז עומד ומשגיח אויף די שטאט קרית יואל, און אויף די גלילות קרית יואל והסביבה, אז עס זאל זיך נישט אריין כאפן די בייזע ווינטן אין די שטאט קרית יואל, חלילה מהרס צו זיין די גדרי הצניעות והקדושה, "ווער האט נישט מורא פון זיין שווערע הקפדה???!
גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן!"
דער רבי האט ארויסגעברענגט די נחיצות הענין פאר די תקנות העיר, וואס וועט מחייב זיין אלע תושבי העיר והגלילות, און וועט פארזיכערן אז די שטאט וועט זיך ווייטער פירן על דרך הסלולה המסורה לנו מדור דור,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט פארעענדיגט די דברות קודש ארום 10:35.
נאך די דברות קודש מלהבות אש, האט הגה"צ רבי
שמחה שלום שליט"א פארגעליינט די א
לע כ"ג סעיפים פון די "תקנות העיר" וואס איז מחייב אלע תושבים והגלילות, צו קענען בעז"ה פארזיכערן אז מיט די אויסברייטערונג פון די שטאט אין די גלילות ווערט ח"ו נישט אפגעשוואכט די חומת הקדושה,
מען האט פארענדיגט די אסיפה ארום 10:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~