פרייטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג מטו"מ=
~המשך הנסיעה הרוממה לעיר האבות סיגוט יע"א לרגל די יומדה"ק פון ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע~
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און דערנאך צוריק אריין בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
ארום 7:50 איז דער רבי ארויף צום בית החיים בעיר האבות סיגוט פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו איינצורייסן למען הכלל והפרט פאר אלע אנשי שלומינו להפקד בדבר ישועה ורחמים,
ביים אנקומען אינעם בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכת מחיה המתים,
דער רבי איז אריין אינעם אהל בהתעוררות ובפחד גדול און געצינדן פינף לעכט ביי די ציונים פון מרן הגה"ק הייטב לב זי"ע, מרן הגה"ק הקדושת יו"ט זי"ע, און ביי מרן הגה"ק העצי חיים זי"ע, און אויך ביים ציון פון הרה"ק רבי משה יוסף אוהעל'ער זצ"ל,
דערנאך איז דער רבי צוריקגעגאנגען צום ציון פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות,
דער רבי האט געזאגט די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע מיט בכיות עצומות,
דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז,
דער רבי האט אויסגעלאזט די קאפיטלעך און דערנאך געזאגט די יהי רצון מיט בכיות פאר א לאנגע צייט, און דער רבי האט געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לאנגע צייט בשעת וואס מען זינגט מערערע ניגונים מבית מדרשו פון רבותיה"ק זי"ע,
דערנאך האט דער רבי זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' פאר א לענגערע צייט,
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע ווי דער רבי האט געליינט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', און דערנאך ביים ציון פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע,
ביי אלע דריי ציונים הק' האט דער רבי איבערגענומען קוויטלעך פון די אנוועזנדע אנשי שלומינו און עס געליינט און אראפגעלייגט ביים ציון הק',
דער רבי האט פארלאזט די אהל הק' ארום 9:15 און זיך געוואשן די הענט און שפאצירט צוריק צום שוהל הויף.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אב"ד דקהלתינו הק' לאנדאן שליט"א,
דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען און דער רבי איז אראפ לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
א גוט שבת.
~🌴~