מיטוואך מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך מטו"מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הנחת תפילין פונעם רבינ'ס אור אייניקל הב' הבר מצוה כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור און דערנאך ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר וואלף בר"מ לאנדא הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: ר' יעקב אליעזר רובין הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זי"ע און פון הרה"ק השאגת ארי' זי"ע וואס די יארצייטן געפאלט היינט כ"ה תמוז,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און ארויסגעברענגט אז די חילוק פון תשובה מאהבה און תשובה מיראה איז אז תשובה מאהבה בלייבט אויף שטענדיג משא"כ תשובה מיראה פלאמט טאקע אויף אבער ס'לאזט שנעל נאך, תפילין איז א אות אהבה פון הקב"ה צו כלל ישראל און די סגולה פון מצות תפילין איז משפיע צו זיין אהבה פון כלל ישראל צו הקב"ה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה אז א אייניקל האט אנגעהויבן היינט צו לייגן תפילין און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיגט אז מ'פארט אי"ה היינט קיין אייראפע און מען וועט פוקד זיין די ציונים הקדושים אין סיגוט, איהעל, און צאנז, עס כאפט אן א אימה און פחד צו טראכטן פון ארויפגיין צום ציון פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע און די זעלבע אין סיגוט און איהעל, דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל פארן מיט הצלחה און אהיימקומען מיט הצלחה און אויספויעלן אלעס גוטס 'ויושר יעליצו בעדנו חיות אש".
דערנאך איז די גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען לקראת די נסיעה לעיר האבות סיגוט יע"א.
ארום 1:25 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד פון ווי דער רבי'ס פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 1:50 אויפן וועג צום באסטאן אינטערנעשענעל לופטפעלד,
די פליגער האט געלאנדעט ארום 2:35 און דער רבי איז אריין אין א זייטיגע שטובל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הב' יודל ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
ארום 5:15 האט זיך געהויבן די פליגער פון באסטאן אויפן וועג קיין אמסטערדאם פון ווי דער רבי וועט צופארן קיין אנטווערפען אויף א קורצע ביקור חיזוק פאר אנשי שלומינו, און אי"ה אין די נאכמיטאג שעות ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג צום עיר האבות סיגוט יע"א אויף שבת קודש יומדה"ק פון ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
"קה זכות אבות יגן עלינו"
~🌴~