דינסטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל וויזענפעלד הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
בעל תפילה: ר' יעקב יואל ברוינער הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
בעל תפילה: נכד רבינו הב' הבר מצוה כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל פון רבינו שליט"א הב' כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה בהיכל הביהמ"ד,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה וניגוני הודאה, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר אביו הרב מאיר יודא שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
עס האבן אויפגעטרעטן דער טאטע הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א און די זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל אין די סוגיא פון המוציא תפילין און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לא יחל דברו און ארויסגעברענגט אז דאס גייט ארויף אויף די שבועה וואס מען באשווערט איידער מען קומט אראפ אויף דער וועלט 'תהי צדיק ואל תהי רשע' און דאס איז חל פון די בר מצוה ווען מען ווערט מחיוב במצוות, און דערנאך ארומגערעדט אז כדי צו קענען לערנען און פארשטיין תורה דארף מען אסאך מתפלל זיין און בעטן 'ותן בלבינו בינה להבין ולהשכיל', און דער רבי האט ממשיך געווען בדברי שבח והודאה אז מען האט די זכי' זיך צו קענען משתתף זיין ביי די שמחת הבר מצוה פון א דור רביעי קע"ה און מסיים געווען בברכת קדשו פארן בר מצוה בחור, פאר די חשובע זיידעס, און די גאנצע משפחה און פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די בר מצוה בחור,
נאכן בענטשן איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 11:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~