מאנטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון הרבנית הצדיקת ע"ה.
פתיחה: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו - וומ"ס.
בעל קורא: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך ר' משה בר"ש פארקאש הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: ר' משה בר"ש פארקאש הי"ו.
גלילה: הב' ב"ר שמואל דוד שטערן הי"ו - מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון מקבל זיין דברי הדרכה פון א מאמע, און פארציילט סיפורים פון זקינו הרה"ק מוואלאווע זי"ע.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בנוגע יארצייטן.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון הרבנית הצדיקת ע"ה.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
בעל תפילה: ר' מנחם ברי"מ לאנדא הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~