זונטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאכן דאווענען זענען די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אריבער זיך געזעגענען.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
פארן לערנען האט דער רבי אנגעצינדן א נשמה לעכט לרגל די יארצייט פון אמו של מלכות הרבנית הצדיקת פעסיל לאה בת הרה"ק אהרן ע"ה אשת חבר פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
נאך מעריב האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט זכרונות וסיפורים פון הרבנית הצדיקת ע"ה.
א גוטע נאכט.
~🌴~