מיטוואך פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך פנחס=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווע.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט פון טאלטשאווע רב זצ"ל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זצ"ל פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע נעמען פון מטבעות בקורות הדורות.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נוסח און די מקור פון די לשם יחוד לפני הנחת תפילין.
א גוטע נאכט.
~🌴~